רעוועלאציע אין די עולם הנסיעות טוט ווייטער דורכברעכן

רעוועלאציע אין די עולם הנסיעות טוט ווייטער דורכברעכן

לייענט אן אויסציכט פון מרדכי קליין’ס געשיכטע.

תמוז תשע”ט, איך, א היימישע אינגערמאן וואס וואוינט אין בארא פארק, רייב זיך די שטערן ווען איך טראכט צוריק פון מיין פארגאנגענע 2 וואכן, קעגן 10 יאר צוריק. שווארץ מיט ווייס. איך רעד נישט קלאר. איך ווייס. לאז מיר אנהייבן צוריקצווועגס.

אין יאר תש”ע, אין שנה ראשונה, האב איך געטון כמנהג אנשי שנה ראשונה, און געמאכט פלענער צו פארן קיין ארץ ישראל מיט מיין בני בית.

נאכ’ן באקען מיינע טיקעט’ס, האב איך פרובירט צוזאמען צושטעלן א שטיקל איטינערערי. איך האב געקלעטערט ביי מיינע חברים וואס זענען לעצטנס געפארן, אבער אן ערפאלג. איינער האט שוין ארויסגעווארפן די קאנטאקט אימפארמאציע, די צווייטע האט נישט געקענט אנצינדען זיין אר”י’דיגע סעל,נו, יענע קאפוויי…

ענדליך איז זיך א חבר מרחם אז ער האט נאך זיינע קאנטאקטס פון זיינע בחור’ישע יארן. 2-3 קאלס פון דארט, ווער איך געוואר אז דאס זענען די ביליגסטע, פאר’חורב’דיגע בחור’ישע דירות אדער “אפפען האזעס” פאר בחורים לסעודת שבת. וואו טרעף איך אפפער קלעס געאייגענט פאר אן איינמאליגע נסיעה?? איך פרוביר זיך צו באפארענען. איך דארף דאך ווייזן אז איך בין דער גברא.

אנקומענדיג קיין ארץ ישראל, נעם איך א טענדער (פארוואס האט מיר קיינער נישט געזאגט אז מען וועט מיר ארוםפירן גאנץ שטאט ווי א חדר אינגל אויף א געלע באס?? נעקסטע מאל נאר א פריוואטע טעקסי!) צו מיין האטעל וואס הייסט צו זיין שיין פאר א גוטע פרייז. איך שלעפ אריין מיינע רענצליך, און ווארט קוים אריינצורטרעטן אין מיין האטעל שטוב, אויסגעשעפט פון די פארן אין די הימל, און אויפ’ן ערד אזוי פיל שעה. איך ליין קר”ש, איז גרייט אריינצופאלן אין בעט און לאזן אלע רענצליך און חפצים באשר הוא שם, ווען עפעס טויג נישט. די מינעס אויף מיין בני בית’ס געזיכט צייזט אויף עפעס גאר דראמאטיש. האלב שלאפעדיג, הער איך ווי זי זאגט,

” פה אשב. אויף דעם בענקל גיי איך זיצן ביז אינדערפרי ווען אונז קענען טרעפן א מענטשליכע האטעל. די ביה”כ איז שמוציג, און די בעטגעוואנט שפירט ווי ס’ווערט געוואשן איין מאל א חודש…”

איך בין אראפגעלאפן צום רעסעפשיניסט, געמיינט איך קען צוריקבאקומען א חלק פון מיין געלט. רעדן מיט א וואנט ברענגט מער ערפאלג ווי יענעם שמועס.

די בראך איז אבער געווען ווען, מיט מיין דרייווער און שבת עסן האט זיך אפגעשפילט עפעס עהנדליך.

אין צוויי ווערטער, מיין נסיעה איז געוועהן א דורךפאהל. און כ’האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס קיינער מאכט נישט א בוך צווואס, וואס האט אלעס וואס א חרד’ישע איד דארף פאר א נסיעה קיין ארץ ישראל.

חשון תשע”ט, מזל טוב! מיין שוואגער איז זיך משדך מיט א איד פון בני ברק, און די חתונה איז באשטימט אויף סיון… אין בני ברק!

מען דארף אנהייבן מסדר זיין די פרטים פון אונזער נסיעה, און א קאשמארישע געפיל קומט מיר ארויף. מיין לעצטע נסיעה ברענגט נישט קיין גוטע זכרונות. פאר קיינעם.

אפאר טעג שפעטער, דערציילט מיר א צווייטע שוואגער אגב וועגן א דורכברוך פאר די חרדי’שע אידנטום וואס הייסט “פאקעט גייד”. און איך אטעם אפ. נאך פאר’ן באקען מיינע טיקעט’ס, בין איך געלאפן קויפן די 2019 אויסגאבע פון די “פאקעט גייד”.

ווי אזוי איז מען מסביר די טיפע אפאטעמיש וואס איז פארגעקומען ווי נאר איך האב ערהאלטן דעם פאקעט גייד מיט פיר באזונדערע אינהאלטסרייכע בענדער.ארץ ישראל, אייראפא (עסטרייך,שווייץ, פראג, בעלגיע), כל בו לנסיעה (עיקרי הלכות לנוסעים), שירי ל”ג בעומר (ניגוני מירון, ואמרות טהורות).

איך זעה אלע אינפירמאציע שיין מסודר אין די “פאקעט גייד”, און עס שמעקט מיר אן צו סטאפען אין אנטווערפן בצל כ”ק אדמו”ר מפשעווארסק שליט”א אויפ’ן וועג קיין אר”י. איך האב אזוי פיל יארן שוין געוואלט פארן אבער קיינמאל נישט געהאט די צייט זיך צו באפארענען מיט די איינצילהייטן. און דא האב איך אלע פרטים אויף אזא יוזער-פרענדלי אופן.

א וואך פאר זיך ארויסלאזן צום אירפארט האב איך שוין געהאט באשטעלט א הערליכע דירה, אין די גוטע געגנט, ריכטיגע סייז, פאר די ריכטיגע פרייז. אזוי אויך האב איך געטראפן נאמבערס פון מענטשן וואס שיקן א געשמאקע נארהאפטיגע פרישטאג, אפצוווארטן ביים דירה.

אנקומענדיג, האב איך ב”ה געהאט פון די באקוועמסטע קאר’ס, בעסטע דרייווערס, טור גייד’ס איינס אין די וועלט, מוזועם’ס, פעקטארי’ס, אטראקציא’ס, אודאי זיך אויסגעבעהט’ן ביי אלע מקומות הקדושים… מירון, צפת, טברי’, עמוקה …אה עס בענקט זיך…

אזוי אויך האב איך געהאט א זכי’ אריינצוגיין צו גדולי ישראל בארה”ק, נאכ’ן טרעפ’ן זייער גבאים’ס קאנטאקט אינפא’ אין די “פאקעט גייד”.

שבת אין צפת איז געוועהן אייגנארטיג און דערהויבן, מיט’ן גיין צום בתי חיים, א טור אין אלטשטאט ווען די גשמיות’דיגע צוגעהערן איז געווען צוגעשטעלט אויף די בעסטע פארנעם. הערליכע דירה, היימישע אמעריקאנע עסן…

אפגערעדט, אז צום חתונה האב איך געהאט אלע באדערפינישן.

יעדע מענטש האט א באזונדער הנאה ווען ער פארשפארט זיך אפאר דאללער. אויך איך האב זיך געפריידט מיט די בייגעלייגטע נוצבארע קיופאן’ס און דיסקאונטס וואס זענען עקסקלאסיוו פאר פאקעט גייד. (עס איז וויכטיג אנצומערקן אז די קיופאנ’ס לויפן אויס יעדע סוף יאר, איז עס כדאי זיכער צו מאכ’ן אז מ’האט די מערסטע אפדעיט’ד האנטבוך)

תמוז תשע”ט יעצט פארשטייט איר שוין ווי איך חידוש זיך אויף די חילוק פון שווארץ און ווייס? צוויי נסיעות צו די זעלבע פלאץ וואס דער צווייטע איז פשוט גרינגער, ביליגער, און פילפאכיג געשמאקער.

יעצט האלט איך נאך אריינשיקן מיין ‘פידבעק’ צום מערכת פון פאקעט גייד. איך וויל אריינגיין אין’ם גורל אויף א טיקעט קיין א”י אויף בחינם. כ’וועל ענק מודיע זיין אויב איך געווין!

פאקעט גייד קומט ארויס יערליך, און ארבעט שוין צו בארייכערן די אייראפע בוך אויפ’ן קומענדיגע יאר, מיט נייע לענדער. info@jewishpocketguide.com

Share with Your Friends

Search

Test Ads

What are you interested in? Explore some of the best tips from around the city from our partners and friends.